פרק 12
ענפים של דרכי החסידות
א הקדמה אויף די וויכטיגקייט פון וויסן היסטאריע, פון רבי יוסי בן חלפתא בעל סדר עולם, פון 5 עיקרי תלמידי רבי עקיבא. 2. א הקדמה אויף די וויכטיגקייט פון לערנען צו פארשטיין היסטאריע, פונעם פסוק "בינו" שנות דוד ודור, שאל אביך וגו'. 3. דער חילוק פון די הנהגת הבעש"ט, צו באהאלטן דאס לערנען, לעומת הנהגת המגיד צו באווייזן דאס לערנען. 4. דאס ענליכקייט צווישן חסידים לערנען ניט, צו דאס התנגדות הבעש"ט צו סיגופים, און במציאות זענען חסידים געווען די גרעסטע מסגפים. 5. דער חילוק צווישן קינדער-תלמידים, אבות-משה רבינו, דרך-תורה. 6. ר"א המלאך ממלא מקום אביו המגיד, די אסיפה פון כתב ההתקשרות. 7. התנגדות בימי הבעש"ט, די כמעט חרמות נגד הבעש"ט, שלום בימי המגיד, ביז שנת תק"ל, התנגדות צו קארלין, פארקערט ווי הנחת העולם. 8. 3 סארטן מתנגדים צום בעש"ט, משכילים, לומדים, חסידים הקודמים. 9. חסידי אשכנז, בעלי השם, פאלשע בעלי שם. 10. בעש"ט דער עקסטרעמסטער קנאי מימות עולם, מסירות נפש אפצוהאקן א אבר פון די שכינה, און דער ראש המשכילים רופט עם פאנאטישער עקסטרעמיסט. 11. אגרות רבי מענדל מוויטעבסק צום עולם קארלינערס נישט צו פארן קיין לודמיר צו רבי שלמה קארלינער. 12. רבי אברהם קאליסקער נתהפך פון דרך קארלין צו זיין נכנע צו ר"מ מוויטעבסק, ביז נאך זיין פטירה נתהפך שוב לדרך קארלין נגד בעל התניא. 13. פון ווי נעמט זיך דער חסידישער שטריימל פון די שווענץ? 14. פון ווי נעמט זיך דער רוזשינער שפיץ שטריימל?
מגיש: יהודה ברייער · אורח: הרב יהושע לעמברגער

