פודקאסטים·אנטיק·107 צפיות

צוטיילינג פין דע דרכי החסידות

ווי אזוי פארצווייגן זיך אזוי פיל פארשידנארטיגע צווייגן פון איין שורש הבעש"ט הק'. א משל פון מנהג ניתל אויפן דילעמא צו מעג מען ערקלערן צדיקים'ס וועגן אויך מיט טעכנישע הסברים. א הערליך משל פון וועלט מפה צו פארשטיין דעם יחס צווישן די פארשידענע חסידישע דרכים. די ארבעטס-טיילונג צווישן דעם גרויסן מגיד-מנהיג די צדיקים, און רבי אהרן הגדול מקארלין-מנהיג 80 טויזנט המון עם בינונים מיט פשוטי עם, אלע חסידים רופן זיך קארלינער. דער בעש"ט איז ממנה זיין זון פארן ממשיך, און נישט א תלמיד, אזוי אויך כמעט אלע דינאסטיעס גלייך פון אנפאנג: טשערנאביל, זלאטשוב-יאמפלא, פרימישלאן, קאסוב-ויזניץ, קארלין, חב"ד, וכו'. דאס פארקערטע שניט צווישן דעם גרויסן מגיד און ר"א הגדול מקארלין מיט זיינע תלמידים - אין די צייט וואס ער איז דעם מגיד'ס גרעסטער תלמיד. די קארלינע תקנות פון תל"ק איז קיין טאלק ניט, און דעם גרויסן מגיד'ס שטארקע קפידה. הה"ק ר"מ וויטעבסקער מיטן בעל התניא, געטרייע נאמנים בלויז פונעם מגיד. בעל התניא עקסטרעמירט דעם מגיד'ס שניט גאר ווייט. לא תם ולא נשלם די חסידישע מפה, זלאטשוב, קאריץ, די גאנצע ליזענסקע חדר מיט אלע צווייגן.

מגיש: יודל ברייער · אורח: הרב יהושע לעמבערגער